בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#33 - אנגרייטן א פלאץ צו פראווען די סיום הש"ס און התחלת הש"ס
מקוה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


און נאך צוויי יאר, שנת תשפ"ז, ב' סיון - וועט זיין דעם קומענדיגן סיום הש"ס, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנגרייטן א פלאץ פאר די גאנצע קהילה וואו מיר וועלן פראווען די סיום הש"ס און התחלת הש"ס.


זיי שטארק אין גיין אין מקוה יעדן אינדערפרי. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פארעכטן".


אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען - קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - שטארק זיך, און שטארק דיינע געשוויסטער
התחזקות, סיום הש"ס, בר מצוה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך הער יעצט די גוטע נייעס אז דו ביסט זוכה אין די נאנטע טעג צו מסיים זיין גאנץ תלמוד בבלי; איך בין דיך אזוי מקנא, איך האב נישט זוכה געווען ביי די דרייצן יאר צו מאכן א סיום הש"ס. איך געדענק מיין בר מצוה, איך געדענק ווי מיין הארץ האט געפלאקערט צו לערנען און ענדיגן כאטשיג איין מסכתא, און וויפיל איך האב פרובירט איז עס מיר נישט געגאנגען. וויפיל חלישות הדעת איך האב געהאט, וויפיל מסכתות איך האב אנגעפאנגען, און נאך אפאר בלאט האב איך דאס אפגעלאזט פון גרויס יאוש...


ביז איך בין געוואויר געווארן פון הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו מען פארגעסט, און אפילו מען פארשטייט נישט. דער רבי זאגט (שם, סימן כו): "וְדַע שֶׁלֶּעָתִיד מַזְכִּירִין אֶת הָאָדָם כָּל מַה שֶּׁלָּמַד, אַף אִם שָׁכַח", אויף יענע וועלט דערמאנט מען די נשמה אלעס וואס זי האט געלערנט און פארגעסן, "גַּם בְּנֵי אָדָם הַשּׁוֹמְעִים הַתּוֹרָה שֶׁל הַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְאֵינָם מְבִינִים אוֹתָהּ", אזוי אויך, אויב מען האט נישט פארשטאנען וואס מען לערנט, "לֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא, יָבִינוּ", וועט מען אויף יענע וועלט זוכה זיין דאס צו פארשטיין, "כִּי עִקַּר הַתּוֹרָה הִיא לְהַנְּשָׁמוֹת", ווייל דער עיקר וואס מען לערנט תורה - איז פאר די נשמה, "שֶׁבָּעוֹלָם הַבָּא יִהְיוּ הַנְּשָׁמוֹת בְּקִיאִים וּמַשִּׂיגִים הֵיטֵב אֶת הַתּוֹרָה שֶׁלָּמַד וְשָׁמַע הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה", אז אויף יענע וועלט זאלן די נשמות פארשטיין די תורה וואס זיי האבן געלערנט אויף די וועלט.


איך בעט דיר זייער מיין ליבער ..., שטארק זיך, האסט פארלוירן דיין מאמע, זי איז נפטר געווארן אזוי פלוצלונג, יונגערהייט, איבערגעלאזט א שטוב מיט יתומים, אבער דעם אייבערשטן האסטו, דער אייבערשטער האט דיך נישט איבערגעלאזט, דער אייבערשטער איז מיט דיר. אויך דיין מאמע'ס נשמה גייט ארויף העכער און העכער אין גן עדן - מיט יעדע ווארט תורה וואס דו לערנסט, און מיט יעדע ווארט וואס דו ביסט זיך מתבודד צום אייבערשטן.


שטארק זיך, און שטארק דיינע געשוויסטער, וחזקת והיית לאיש, ווי אזוי? דורך תורה און תפילה; ווער עס טוט די צוויי זאכן, ער לערנט יעדן טאג תורה און גייט התבודדות - דער פאלט נישט אראפ, אזא איינער, וואס עס זאל נאר אריבערגיין אויף אים - בלייבט ער שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#31 - ביי די בר מצוה ווערט מען ווי ניי געבוירן
חברים, התחזקות, סיום הש"ס, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, ירושלים


מזל טוב פאר דיין בר מצוה! דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, צח.) דוד המלך, ווען ער איז געווארן בר מצוה, ער איז געווארן דרייצן יאר - האט ער געדאנקט דעם אייבערשטן אז ער ווערט א זון פארן אייבערשטן, און אויף די טאג פון די בר מצוה שטייט (תהלים ב, ז): "ה' אָמַר אֵלַי", דער אייבערשטער זאגט "בְּנִי אַתָּה", דו ביסט מיין זון, "אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", היינט ווערסטו ניי געבוירן, היינט באקומסטו א הייליגע נשמה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן ג), ווען ער האט בר מצוה געהאט איז געקומען דער הייליגער צדיק רבי משה חיים אפרים פון סידילקוב זכותו יגן עלינו - בעל מחבר ספר דגל מחנה אפרים, דעם רבינ'ס פעטער. ער האט געבענטשט דעם רבי'ן און אים געזאגט דעם פסוק (תהלים ב, ז): "אֲנִי הַיּוֹם יְלִדְתִּיךָ", און דער רבי האט געזאגט אז די ווערטער וואס זיין פעטער האט אים דעמאלט געזאגט - איז ביי אים געווען אזוי טייער, ממש ווי איינער טרעפט א גרויסער אוצר; ער האט געהאט פון די ווערטער גרויס חיזוק, ער האט פארשטאנען אז עס איז א גוטע צייט אנצוהויבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן; אז דער אייבערשטער זאגט דעם בר מצוה בחור: "איך האב דיר היינט געבוירן, דו ביסט מיין קינד".


א באזונדערע מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי לכבוד דיין בר מצוה. איך געדענק ווען מוהרא"ש פלעגט זיך אלץ בארימען ביי די ליל שישי שיעורים אז אין יבנאל האט ער א תלמוד תורה וואס אלע קינדער גייען צו די בר מצוה מיטן ענדיגן גאנץ ש"ס, מיר פלעגן דאס אזוי מקנא זיין, מיר פלעגן מתפלל זיין ווען וועלן מיר שוין אויך האבן אזא זאך, אז אונזערע קינדער וועלן גיין צו די בר מצוה מיטן ענדיגן לערנען גאנץ ש"ס, און יעצט - געלויבט דעם אייבערשטן - האלטן מיר דא, אז נאך א תלמיד הישיבה גייט צו די בר מצוה מיטן ענדיגן לערנען גאנץ ש"ס.


נעם זיך גוטע חברים, נאר ערליכע בחורים. שלמה המלך זאגט (משלי יג, כ): "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם", דער וואס גייט צום חכם ווערט א חכם, "וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ", און דער וואס דרייט זיך מיט שלעכטע מענטשן - ווערט א נאר; בעט איך דיר זייער, לכבוד דיין בר מצוה נעם זיך נאר גוטע חברים וואס רעדן ערליך און איידל, חברים וואס לעבן מיטן רבי'ן, חברים וואס אטעמען די עצות פון רבי'ן; ווייל אלעס איז אנגעהאנגען אין דעם, אז מען האט גוטע חברים ווערט מען אן ערליכער איד. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט משלי, רמז תתקנ) א מענטש גייט אריין אין א געשעפט פון גוטע בשמים (פערפיום), אפילו ער קויפט נישט קיין בשמים - קלעבט זיך אן אין אים א גוטע גערוך, עס גייט אריין אין זיינע קליידער א גוטע שמעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - דער אייבערשטער האט אונז ליב
אמונה, הפצה, סיום הש"ס, ברית, תפיסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן איז געווען א ברית ביי הרב יעקב לעזער נרו יאיר, ויקרא שמו בישראל "ישראל בן שרה", אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


דער אבי הבן האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב אסאך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


ביים ברית האבן מיר געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון זיין גרויסן טאטן, הרב רבי יצחק שליט"א, דורך אן הוקאפ. ער האט געזאגט בתוך הדברים מען זאל אריינקוקן די ווערטער פון די פרשת השבוע (דברים כג, ו): "וְלֹא אָבָה ה' אֱלֹקֶיךָ לִשְׁמֹעַ אֶל בִּלְעָם", דער אייבערשטער וויל נישט אויסהערן בלעם, "וַיַּהֲפֹךְ ה' אֱלֹקֶיךָ לְּךָ אֶת הַקְּלָלָה לִבְרָכָה", און דער אייבערשטער האט איבערגעדרייט די קללות צו ברכות, "כִּי אֲהֵבְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ", ווייל דער אייבערשטער האט אונז ליב; ער האט געזאגט: "מיר דארפן חזר'ן די ווערטער 'דער אייבערשטער האט אונז ליב', אפילו מיר זענען אראפגעפאלן ביי בלעם, אפילו מיר זענען אין בלאטע, זאל מען וויסן – 'כִּי אֲהֵבְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ' דער אייבערשטער האט אונז ליב"; די ווערטער זענען אזוי גוט צו הערן, ווייל דאס איז וואס פעלט; מענטשן גייען ארום צעבראכן, מען ווייסט נישט אז דער אייבערשטער האט אונז ליב.


נעכטן איז געווען א סיום הש"ס פון החתן מרדכי לייב נרו יאיר, ער האט געענדיגט די צווייטע מאל ש"ס, א גוטע הכנה צו זיין חתונה; ער האט חתונה דעם קומענדיגן זונטאג. דער חתן איז א גרויסער מפיץ, ער האט אסאך מפיץ געווען אין די צוויי יאר וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, און אויך האט ער מחזק געווען און אריינגעבלאזן א פרישע גייסט צווישן די בחורים, אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה; ער גייט צו זיין חתונה מיט א חשבון פון הונדערטער טויזנטער ספרים, קונטרסים, גליונות און נאך - וואס ער האט מזכה געווען נשמות ישראל, אשרי לו! זיי דו אויך מפיץ, האב רחמנות אויף אנדערע; זאלן אלע האבן דעם גוטן לעבן, די זיסע עצות.


איך בין היינט געווען באזוכן אין תפיסה מיט די אינגעלייט אין שטעטל וואס גייען כסדר אין תפיסה מחי' זיין די איינגעשפארטע אידן; וואס זאל איך דיר זאגן, מי כעמך ישראל, אידישע קינדער זענען א טייער פאלק; עס איז נישט פשוט וואס א איד איז. איך בין געווען ביי א בחור וואס זיצט שוין אפאר יאר און עס ווארט אים נאך אסאך יאר, מיר האבן געשמועסט פון אמונה און פון הלכות וואס איז אים שייך אין תפיסה. אמונה ראטעוועט אים, נאר מיט אמונה קען ער אנגיין, נאר מיט אמונה איז ער ביים זינען; ער איז פרייליך, שמייכלט און האט נישט קיין קשיות און טענות אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#29 - מסיים זיין גאנץ תלמוד בבלי צו די ערשטע יארצייט פון דיין מאמע
סיפורי צדיקים, גמרא, סיום הש"ס, נשמה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט די פרייליכע נייעס אז דו האסט זוכה געווען אין די יאר צו לערנען גאנץ ש"ס; האסט אנגעהויבן פאראיאר ביי די פטירה פון דיין מאמע עליה השלום און דו גייסט מסיים זיין גאנץ תלמוד בבלי כ"ב לחודש אב, לכבוד די ערשטע יארצייט פון דיין מאמע.


וואס זאל איך דיר זאגן, די שענסטע זאך וואס א קינד קען טון פאר זיין אייגענע נשמה און פאר די נשמה פון די עלטערן - איז לערנען תורה; עס ווערט א שמחה אין אלע עולמות, די נשמה גייט ארויף אין גן עדן העכער און העכער, די נשמה קומט צו איר אייביגע רי.


לערנען גמרא איז אזוי הייליג און אזוי הויך. הער א מעשה וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט, דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט באשטימט אז זיין תלמיד דער הייליגער רבי מענדעלע מרימנוב זכותות יגן עלינו זאל זיין בעל תפילה ראש השנה ביי אים אין שול.


איין יאר האט דער צדיק רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו זיך באהאלטן, ער האט נישט געוואלט זיין דער בעל תפילה, און דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק האט נישט געוואלט מען זאל צושיקן א צווייטן, ער האט געזאגט מען וועט נישט דאווענען ביז מען וועט אויפזוכן דעם רבי מענדעלע. אלע תלמידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן דעם רבי מענדעלע, ביז מען האט אים געטראפן. מען האט אים געזאגט: "דער רבי לאזט נישט קיינעם צוגיין צום עמוד, דער רבי זאגט ער ווארט אויף דיר"; דער רבי ר' מענדעלע האט נישט געהאט קיין ברירה, ער איז צוגעגאנגען צום עמוד.


נאכן דאווענען האבן אלע זייער געמוטשעט דעם רבי מענדעלע ער זאל זאגן פארוואס ער האט נישט געוואלט צוגיין צום עמוד. האט ער געזאגט, ער האט מקובל, ווער עס ווערט אויסדערוועלט צו זיין בעל תפילה אין די ימים נוראים מוז לערנען גמרא יעדן טאג פון ט"ו אב, און היות די יאר איז אים געווען זייער שווער די נסיעה פון פריסטיק קיין ליזענסק, און ער האט נישט געלערנט יעדן טאג גמרא, האט ער נישט געוואלט צוגיין צום עמוד, ביז דער רבי אלימלך האט אים געהייסן האט ער געדארפט פאלגן; זעט מען ווי גרויס און הייליג איז לערנען גמרא.


הויב אן נאכאמאל ש"ס לעלוי נשמת דיין מאמע, לערן יעדן טאג זיבן בלעטער; דאס וועט דיך מטהר זיין און מזכך זיין, און אויך וועט דאס זיין א טובה פאר דיין מאמע'ס נשמה.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיין עבודות הקודש.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#28 - נעמט אריין אין שטוב א פושקע פון די מוסדות אין ארץ הקודש
בחור, צדקה, מוסדות, ישיבה, סיום הש"ס, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים און חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך הער צוריק אזעלכע שיינע גרוסן אויף די בית המדרש, כמעט יעדן טאג באקום איך א גוטע גרוס פון אונזער שול אין ירושלים; וואו מען לערנט און מען דאווענט, און מען פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ.


אינגעלייט זאגן מיר, זיי קומען אינמיטן וואך צו א שחרית, צו א מנחה מעריב, אדער צום שיעור גמרא - דאס געבט זיי זייער אסאך חיזוק אנצוגיין מיט זייער עבודות השם.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נעמען אין שטוב א פושקע פון די מוסדות אין ארץ הקודש, און ווען דאס ווערט אנגעפילט זאלט איר דאס ברענגען צום מנהל המוסד נרו יאיר.


איך האב אזויפיל נחת פון די ישיבה קטנה אין ירושלים, איך קען זען אויף די קאמערע ווי זיי לערנען און דאווענען מיט א חיות. די וואך האט א תלמיד הישיבה מסיים געווען נאכאמאל גאנץ תלמוד בבלי; וואו אין די וועלט הערט מען אזא זאך, א בחור פון דרייצן יאר זאל מסיים זיין שוין די צווייטע מאל גאנץ ש"ס; איך וויל כאפן א פליגער און קומען צו די ישיבה, צו די חדר און בית פיגא.


שטארקט זיך מיט הפצה, שטארקט זיך מיט קוקן גוט איינער אויפ'ן צווייטן, און וואס איר דארפט זאלט איר נאר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - מזל טוב פאר דיין צווייטע סיום הש"ס
בחור, ריינקייט, אומאן, משמש דעם רבי'ן, לימוד התורה, ישיבה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן די צווייטע מאל גאנץ תלמוד בבלי.


דו שרייבסט מיר אז תשפ"ג איז ראשי תיבות: ש'למה פ'ערל ת'גרוס/ת'סיים ג'מרא, אויך ג'מר פ'עם ש'ניה ת'למוד בבלי; יעצט זאלסטו אנהויבן א דריטע מאל, אזוי ווי די ראשי תיבות: עס זאל זיין ת'תחיל ג'מרא פ'עם ש'לישי, און הלואי וועסטו נאך קענען מאכן די סיום אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן און מאכן די ראשי תיבות ת'גמור ג'מרא פ'עם ש'לישי.


הער זיך גוט צו צו אלעס וואס דיין מגיד שיעור לערנט מיט ענק, ער האט אסאך צו דערציילן, שיינע זאכן, פון וואס ער האט געלערנט אין ישיבה ביי מיר.


איך פריי זיך צו הערן אז דו מיט די אנדערע בחורים העלפן רייניגן די ישיבה, די שול און די תלמוד תורה. אין ישיבה אין אמעריקע, אלע בחורים וואס האבן א געפיל פאר'ן רבי'ן - העלפן מיט וואס מען קען; מיט רייניגן, פאררעכטן, טראגן, שלעפן, ברענגען, בויען און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - ווער עס איז מסיים ש"ס באקומט א צלם אלוקים, א ליכטיגע פנים
הפצה, הדפסה, אומאן, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף דו טאנצט יעדן טאג אויף די זכות וואס דו האסט מיט'ן פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, עצתו אמונה - פאר די גאנצע וועלט. גיי א טענצל אפאר מאל א טאג ביי דיר אין בית המדרש עצתו אמונה, און דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


"הייליגער רבי, העלף מיר אז אלע מיינע קינדער זאלן לערנען ש"ס און מסיים זיין גאנץ ש"ס!" אזוי זיצט חייקל ביים רבינ'ס ציון און וויינט.


טייערע קינדער, דער הייליגער רבי האט געהאט זייער א נאנטער תלמיד, חייקל, מען האט אים גערופן: "חייקל חזן"; ער האט געקענט זייער שיין זינגען. דער רבי האט זייער ליב געהאט אים הערן זינגען, ער איז געווען זייער א געטרייער תלמיד.


שפעטער ווען דער רבי איז נסתלק געווארן פלעגט חייקל אלץ גיין צום רבינ'ס ציון מתפלל זיין פאר זיך, פאר זיינע קינדער און פאר אלע אידן; ער פלעגט זיך דארט מתבודד זיין, ער פלעגט בעטן אלע זיינע בקשות.


קינדער איר ווייסט אז מען קען טאקע איבעראל בעטן דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם, נישט קיין חילוק ווער מען איז און וואו מען געפונט זיך, אבער דער אייבערשטער הערט נאכמער און שטערקער אויס ווען מען גייט צו א ציון פון א צדיק; ביי א ציון פון א צדיק זענען די הימלען אפן, די תפילות גייען דארט ארויף זייער שנעל.


אמאל האט מען געהערט ווי חייקל זיצט ביים ציון און וויינט צום רבי'ן: "רבי, איך בעט דיר זייער, העלף אז מיינע קינדער זאלן אלע לערנען און ענדיגן ש"ס, ווייל איך האב געהערט פון רבי'ן אז ווער עס איז מסיים ש"ס באקומט א צלם אלוקים, א ליכטיגע פנים, א הייליגע ליכטיגע געזוכט; רבי, איך בעט דיר זייער אז אלע מיינע קינדער און מיינע דורות זאלן אלע לערנען די הייליגע גמרא און דאס ענדיגן.


טייערע קינדער, ווער עס וויל האבן א ליכטיגע פנים, ווער עס וויל א הייליגקייט אויפ'ן פנים - זאל אנהויבן ש"ס. יעדער איינער קען דאס באווייזן, מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער.


הויבט אן מסכת ברכות און זאגט די ווערטער אין א רייע אפילו אן פארשטיין; עס נעמט אביסל צייט, עס גייט נישט אין איין מינוט; אז מען לערנט יעדן טאג אין די פרייע צייט אביסל גמרא - איז מען זוכה ביז א קורצע צייט צו מאכן א סיום אויף א מסכתא, און נאכדעם אויף נאך א מסכתא - ביז מען איז זוכה צו ענדיגן ש"ס.


אלע קינדער קומען זינגען: "דער הייליגער רבי האט געזאגט, ווער עס ענדיגט ש"ס איז זוכה צו א צלם אלוקים, א הייליגע ליכטיגע געזוכט".


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן דעם רבינ'ס ציון און ווי א איד זיצט אויף דער ערד מיט די הענט צום הימל, און פון דער זייט א קינד פון צען יאר מיט א שיינעדיגע פנים, עס זאל גיין שטראלן פונעם פנים.


שטארק זיך ברודער; מיר פארן שוין צום רבי'ן, דו וועסט קומען צום ציון מיט פולע הענט; אזויפיל אידישע קינדער האסטו מחי' געווען און מעורר געווען לתשובה.


א גוט געבענטשט יאר.

#25 - די חינוך הבנים והבנות, דאס דארף זיין אונזער שווארץ אפעל פון אויג
חינוך הילדים, הכרת הטוב, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, מברכים החודש, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די חינוך פון אונזערע קינדער.


היינט איז מיר א גרויסער יום טוב, מיין זון נחמן נתן נרו יאיר האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס תלמוד בבלי, דאס קומט דיר צו פארדאנקען, פאר'ן אריינלייגן אין אים א חשקת התורה, פאר'ן מחזק זיין די קינדער זיי זאלן לערנען גמרא, זיי זאלן אנהויבן ש"ס יונגערהייט און זוכה זיין צו מסיים זיין ש"ס פאר די "בר מצוה", זוכה זיין צו א צלם אלקים; דער רבי האט געזאגט: "ווער עס ענדיגט ש"ס איז זוכה צו א צלם אלקים".


א באזונדערע יישר כח פאר דיין אשת חיל פאר'ן העלפן צוגרייטן די מזונות פאר די סיום.


שטארק זיך, שטארק די מלמדים, שטארק די קינדער; אן די קינדער, אן די חינוך - האבן מיר גארנישט. מיר זענען אלע פארנומען מיט צענדליגער שיינע זאכן אויפצוטון אויף די וועלט, אבער די חינוך הבנים והבנות - דאס דארף זיין אונזער שווארץ אפעל פון אויג; גארנישט שטייט העכער פון דעם.

#24 - זיי נישט מוותר אויף קיין איין קינד
חינוך הילדים, הכרת הטוב, נחת, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, מברכים החודש, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש


איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אריינלייגן אין די קינדער אזויפיל ווארעמקייט, אזויפיל יראת שמים און חשקת התורה.


מיין זון נחמן נתן האט מסיים געווען ש"ס, דאס איז דיר צו פארדאנקען פאר'ן אריינלייגן אין אים חשק צו לערנען און צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זען נחת ביי דיינע קינדער און ביי די תלמידים.


איך בעט דיר זייער, זיי נישט מוותר אויף קיין איין קינד, יעדע קינד איז אן עולם מלא, עס גייען ארויסקומען פון אים דורות; לייג אריין מידות טובות ויראת שמים.

#23 - מזל טוב פאר דיין פערטע סיום הש"ס
פרנסה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין פערטע סיום הש"ס!


איך בין אזוי איבערגענומען פון דיר, דאס איז דאך אזא וואונדער; א אינגערמאן, א פשוט'ער איד וואס ארבעט רוב טאג צו ברענגען פרנסה האט די שכל צו לערנען די הייליגע תורה, כאפט ארויס יעדע איבריגע מינוט צו לערנען; דו ביסט שוין אריבער פיר מאל גאנץ ש"ס.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין צו בלייבן דיין גאנץ לעבן צוגעקלעבט צו די תורה, און דיינע קינדער זאלן אויך זיין דבוק צו די תורה.


 

#22 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#21 - ווען מיין קינד ענדיגט ש"ס, נעם איך אים קיין ארץ ישראל
חינוך הילדים, סדר דרך הלימוד, גמרא, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן איך זיך יעצט אויפ'ן פליגער, מיר פארן צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פועל'ן ישועות און רפואות פאר אלע אידן.


איך פאר מיט מיין ווייב, אויך מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. איך בין מעודד מיינע קינדער זאלן ענדיגן ש"ס כסדרן, און איך זאג זיי אז אויב זיי וועלן לערנען און מסיים זיין ש"ס – געב איך זיי א מתנה, איך נעם זיי קיין ארץ ישראל; יעצט איז געקומען זיין רייע. געלויבט דעם אייבערשטן אלע קינדער ביז דערווייל האבן זוכה געווען צו מסיים זיין ש"ס, דער אייבערשטער זאל מיר העלפן ווייטער.


איך שרייב דיר דאס, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט אויך אנהויבן ש"ס, לערנען יעדן טאג דפים גמרא. עס איז דאך א מחי' צו לערנען די הייליגע תורה, די הייליגע גמרא; נישטא עפעס בעסער'ס ווי לערנען.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א זיסע וועג ווי אזוי צו לערנען (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט – זאל מען לערנען אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער.

#20 - א בר מצוה אינגל זאל קומען צום טאג פון זיין בר מצוה מיט ש"ס
שמחות, סיום הש"ס, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, ברסלב ליבערטי


מזל טוב פאר די בר מצוה פון ענקער זון נרו יאיר, מזל טוב פאר'ן סיום הש"ס.


איך זאג אייך דעם אמת, איך בין געזיצן נעכטן ביי די בר מצוה ווען דער בר מצוה בחור האט געמאכט די סיום, עס איז מיר געקומען טרערן פון פרייד; צו זען אזא זאך, א בר מצוה אינגל זאל קומען צום טאג פון זיין בר מצוה מיט ש"ס, אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער און אייניקלעך, ליכטיגע אידישע דורות, עד ביאת משיח צדקינו במהרה.

#19 - צוזאמרופן די גאנצע משפחה צום סיום הש"ס
חינוך הילדים, שלום בית, משפחה, גמרא, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


עשרה בטבת, יארצייט פון אונזער גרויסן רבי נתן זכרונו לברכה, יום ג' פרשת ויחי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס - תלמוד בבלי.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט געמאכט א סיום הש"ס ביי דיר אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער; זייער שיין, זייער קלוג; וואלסט אבער געדארפט רופן דיין טאטע מאמע, שווער און שוויגער - זיי זאלן שעפן נחת. דאס איז דאך די שענסטע זאך פאר עלטערן, ווען זיי זעען די קינדער לערנען די הייליגע תורה; איך האף דו האסט זיי כאטשיג איינגעמאלדן די גוטע נייעס.


הייב אן נאכאמאל לערנען ש"ס - תלמוד בבלי - כסדרן; מאך זיך צוויי שיעורים, איין שיעור - דער בלאט גמרא וואס מיר לערנען אינאיינעם יעדן טאג (היינט הייבט מען אן מסכת מגילה), און נאך א שיעור אין ש"ס כסדרן.


לערן די שיעורים אין שטוב, דיינע קינדער וועלן זען אז דו לערנסט וועלן זיי אויך לערנען, דיין ווייב וועט זען אז דו לערנסט - וועט זי שוין גארנישט דארפן; א פרוי ארבעט אזוי שווער אויפצוברענגען קינדער, ווען זי זעט איר מאן לערנען געבט איר דאס כח.

#18 - לייג זיך אראפ פרייטאג, צו קענען מקבל שבת זיין אויסגערוטערהייט
שבת קודש, פרנסה, מוהרא"ש, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת עקב, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, עס איז געווען זייער א שיינע סיום; דיין טאטע און זיידע האבן אויסגעזען זייער צופרידן, זיי האבן אויסגעזען ווי זיי האבן זייער הנאה געהאט צו זען ווי דו ביסט מסיים ש"ס.


יעצט זאלסטו אנהייבן מסכת תענית; לערן דאס און חזר דאס מאה פעמים ואחד. איידער דו הייבסט אן לערנען זאלסטו זאגן: "הריני לומד לזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו", אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן אינעם בריוו וואס ער האט געשריבן איידער זיין הסתלקות, מען זאל לערנען לזכותו.


בארעכן זיך אויב עס לוינט זיך דיר צו ארבעטן א גאנץ ליל שישי און א גאנץ פרייטאג פאר די פאר דאלער און נאכדעם שלאפן א גאנץ שבת; שבת איז די שענסטע טאג פון די וואך, שבת איז די שענסטע מתנה וואס מיר האבן באקומען פונעם אייבערשטן, א שאד אוועק צו געבן דעם שבת פאר די פאר דאלער, אדער זאלסטו זיך מאכן צייט פרייטאג נאכמיטאג זיך אראפלייגן כדי זאלסט קענען מקבל זיין שבת מיט פרייד, אויסגערוטערהייט.


דער הייליגער מנחת אלעזר ברענגט (דברי תורה מהדורא תשיעאה, אות יג) בשם דער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו, ער וואונדערט זיך פארוואס שטייט נישט אין די עשרת הדברות מען זאל שלאפן פרייטאג, ווייל עס איז אנדערש דער גאנצער שבת ווען מען איז אויסגערוט.


 

#17 - יישר כח פאר'ן אונז אויפנעמען אזוי שיין אין אומאן
הכרת הטוב, אומאן, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', אומאן.


איך וויל זיך באדאנקען פאר'ן מיר אפווארטן מיט פיינע געשמאקע עסן אין אומאן; ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן זענען מיר געווען זייער הונגעריג, מיר זענען געפארן פון איין מינוט אויפן צווייטן, מיר האבן זיך נישט געקענט געהעריג אנגרייטן עסן, מיר האבן זיך זייער מחי' געווען מיט די נאכטמאל.


איך האב געזאגט פאר אייער מאן אז איך וועל מאכן צייט פאר אייך צו קומען רעדן, אבער דער אייבערשטער האט געפירט אז איך האב זיך געדארפט צוריק קערן.


איך ווארט די גרעניץ זאל זיך עפענען, איך וועל אם ירצה ה' קומען מיט מיין זון פאר ער ווערט זיבן יאר כדי צו באקומען די הבטחה וואס דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): "אֲנִי בָּטוּחַ בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁכָּל תִּינוֹק שֶׁיָּבוֹא לְפָנַי קוֹדֶם שֶׁיַּגִּיעַ לְבֶּן שֶׁבַע שָׁנִים, בְּוַדַּאי יִהְיֶה נָקִי מִן הַחֵטְא עַד יוֹם חֲתֻנָּתוֹ", איך זאג צו פאר יעדעס קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר אז ער וועט גיין צו זיין חתונה מיט א ריינע העמד; וועל איך קומען צו אייך אויף א באזוך.


אויך האט אייער מאן געוואלט מאכן א סיום הש"ס, איך האב אים געזאגט ער זאל אנהייבן נאכאמאל ש"ס און אויסווארטן אויפ'ן סיום; איך וויל זיין ביי זיין סיום הש"ס.


א גמר חתימה טובה.

#16 - איך בין זייער איבעראשט פון דיין התמדת התורה
בחור, קברי צדיקים, יונגע יארן, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, בית שמש.


דיין טאטע נרו יאיר האט מיר געשריבן די פרייליכע נייעס אז דו גייסט די וואך שבת ענדיגן גאנץ ש"ס און לכבוד די גרויסע שמחה האט דיין טאטע נרו יאיר גענומען די גאנצע משפחה קיין מירון צום הייליגן תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.


איך בין זייער איבעראשט פון דיין התמדת התורה; א יונגער בחור ווי דיר זאל זיך אזוי שטארק באפלייסן אין לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין אז די אלע תנאים און אמוראים זאלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן און דו זאלסט נישט אפלאזן די הייליגע גמרא דיין גאנץ לעבן.


איך בעט דיר א קליינע טובה; בעט פאר מיר ביים ציון פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, מיין נאמען איז יואל און מיין מאמעס נאמען איז ריצא רעכיל - איך זאל האבן כח ממשיך צו זיין מיט די ישיבה און מיט די גאנצע מוסד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#15 - האסט געענדיגט ש"ס, הויב אן א מסכתא 101 מאל
כיבוד אב ואם, בחור, בית המדרש, לימוד התורה, יונגע יארן, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס, אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס; דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן און דו נוצט אויס דיינע שיינע יונגע יארן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע זמן פונעם מענטש זענען זיינע יונגע יארן; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", יעדן טאג עבודת השם אין די יונגע יארן איז חשוב'ער פון עטליכע יארן עבודת השם אויף דער עלטער.


יעצט זאלסטו נעמען איין מסכתא און דאס איבערגיין איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, הונדערט און איין מאל, און ווען דו ענדיגסט דאס טון מיט איין מסכתא זאלסטו נעמען נאך א מסכתא, ביז דו וועסט לערנען און חזר'ן גאנץ ש"ס הונדערט און איין מאל.


וואס דו דארפסט און וואס דו ווילסט - דערצייל דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך.


זיי מכבד דיינע עלטערן; העלף דיין טאטע מיט'ן מסדר זיין דעם בית המדרש. עס איז א גרויסע זכות צו זיין א געטרייער משמש פאר'ן רבינ'ס בית המדרש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#14 - עס איז א זכות צו העלפן דעם רבי'ן אויפבויען די מוסדות
מוסדות, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די מוסד; האסט מיר זייער ארויסגעהאלפן דאס יאר מיט די טראנספארטעישן, האסט אראפגענומען פון מיר א גרויסער עול.


איך האף דו וועסט טרעפן שנעל דיין שידוך.


ביז דיין חתונה בלייב מיט מיר, שטיי מיר צו מיין האנט מיר ווייטער צו העלפן; עס איז א זכות צו העלפן דעם רבי'ן אויפבויען די מוסדות וואס זענען מגלה פאר יעדן איינעם די עצות פון רבי'ן.


זע וואס דו קענסט טון מיט'ן אלטן באס; אפשר קען מען דאס פאררעכטן און אז נישט דארף מען שוין קויפן א נייעם באס, מיר הייבן אן חדר אין וויליאמסבורג אם ירצה ה' מאנטאג פרשת כי תבוא. יעצט זאגט דער גאווערנאר אז מען קען עפענען די מוסדות, וועלן מיר ווייטער קענען טראגן און ברענגען די קינדער מיט'ן באס.


זע צו ענדיגן ש"ס; ווען דו האסט איבריג צייט, ווען דו טראגסט די קינדער, דו ברענגסט די קינדער - זאלסטו האלטן מיט דיר א גמרא, ענדיג ש"ס וועסטו זוכה זיין צו ווערן א חתן.


איך האב ליב אלע תלמידים און נאך מער די אלע וואס העלפן מיר מיט א געטריישאפט בויען די מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - פארן זייער פארזיכטיג אין שטעטל
שידוכים, מוסדות, הכרת הטוב, דרייוון, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ב תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן זיין אזוי געטריי, דו העלפסט א גאנץ יאר די מוסד מיט'ן ברענגען און אהיים טראגן די קינדער און יעצט זומער האסטו אראפ גענומען פון מיר דעם עול פון טראגן די קינדער - אינגלעך, מיידלעך און בחורים; אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך.


איך בעט דיר זייער זאלסט פארן זייער פארזיכטיג דא אין שטעטל; עס איז א גרויסע סכנה צו פארן שנעל, ווייל קינדער שפילן זיך אויפ'ן גאס און מען קען חס ושלום אראפ קלאפן א קינד השם ישמרינו. איך וויל מען זאל פארן נישט מער ווי צוואנציג מייל א שעה, איך האף אז דו וועסט טון מיין ווילן.


געב איבער פאר אלע בחורים וואס קומען דא מיט קארס אז זיי זאלן פארן שטייט און פארזיכטיג, עס איז נישט קיין קינדער שפיל.


איך האף אז דו וועסט ענדיגן ש"ס במשך דעם זומער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - מאך א תהלים סיום פאר דיין קינד, ווי אזוי אויסצולערנען עברי
חינוך הילדים, תהלים, סיום, עברי, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר מאכן א סיום פאר אייער קינד וואס האט געענדיגט תהילים; דאס וועט אויפבויען זיין חשק און רצון ווייטער צו זאגן תהילים. עס האט נישט צו טון צי ער האט ארויסגעזאגט יעדעס ווארט אדער נישט, צי ער האט געזאגט דעם גאנצן תהילים אדער אויסגעלאזט וכו', דער סיום וועט אים אויפבויען ער זאל באקומען זעלבסטזיכערקייט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן, אמאל האט פאסירט ביים גאון רבי חיים וואלאזשינער זכרונו לברכה, ער האט געהאלטן אינמיטן לערנען און עס איז אריינגעקומען א פשוט'ער איד - א געשעפטסמאן, און רבי חיים האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים מלא קומתו! שפעטער האבן די תלמידים אים געפרעגט היתכן ער האט זיך אויפגעשטעלט פאר א פשוט'ע איד, עס איז דאך נישט קיין כבוד התורה, האט ער זיי געענטפערט אז דער איד האט שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס, האבן זיך די תלמידים צולאכט... ווי געזאגט 'וואס האט שוין זיין ש"ס בכלל א חשיבות, ער איז דאך בכלל נישט קיין למדן בכלל', האט זיי רבי חיים געזאגט: "לאכט נישט! איר ווייסט דאך אז עס איז דא אן אלטע ש"ס 'דפוס זאלצבאך' וואס איז פול מיט טעותים, עס פעלט גאנצע שירות גמרא; שפעטער האט מען געדרוקט א נייע ש"ס 'דפוס אמסטערדאם' וואו מען האט פארראכטן אלע גרייזן און אלעס וואס פעלט, מען האט אויך צוגעלייגט הגהות פון גדולים; מען קען נישט זאגן אויף ש"ס זאלצבאך אז דאס איז נישט קיין ש"ס, עס איז זיכער א ש"ס, נאר א ש"ס מיט גרייזן, אזוי אויך איז מיט דעם פשוט'ן איד, ער האט געענדיגט ש"ס, נאר וואס דען? עס האט טעותים, ער פארשטייט נישט אלעס - איז ער נישט ערגער פון ש"ס זאלצבאך".


זאלט איר זיכער מאכן אן עסק פון אייער זון וואס גייט ענדיגן תהלים וואס ער האט געזאגט מיט גרייזן און חסירות, דאס וועט אים אויפבויען א חשק צו גיין ווייטער.


אויף די צווייטע פראגע, ווי אזוי מען קען אים פאררעכטן ער זאל זיך אויסלערנען גוט עברי; מאכט א פראגראם ער זאל וועלן זאגן עברי. עס זענען דא ספעציעלע ספרים אויסצולערנען קינדער זאגן עברי; מאכט דאס פריוואט כדי ער זאל נישט פארשעמט ווערן. אויך ווען איר טייטלט אויפ'ן ווארט און ער זאגט נישט גוט דארפט איר נישט זאגן: "נישט גוט", נאר בלייבט מיט'ן פינגער אויפ'ן ווארט וועט ער וויסן אז ער דארף טראכטן און צולייגן קאפ צו וואס ער זאגט, אז ער זאל ארויסזאגן גוט דאס ווארט. און ווען ער זאגט גוט דאס ווארט זאלט איר אים זאגן הויך מיט א שמייכל: "א מחיה!" און אז ער הייבט אן א ווארט האלבוועגס גוט און אינמיטן לויפט ער צום קומענדיגן ווארט און זאגט נישט גוט, זאלט איר איבערזאגן די חלק ווארט וואס ער האט גוט געזאגט און בלייבן שטיל, וועט ער פארשטיין אז ער דארף דאס איבערזאגן.


בעטס דעם אייבערשטן אויף יעדן קינד באזונדער אז אלע זאלן זיין ערליכע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - איך וועל אי"ה קומען צו דיין סיום הש"ס
סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר טהרה, כ"ה ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך בין נישט געווען אין שטוב במשך צוויי וואכן, איך בין געווען אין קרית ברסלב ליבערטי; איך האב ערשט יעצט געזען דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין סיום, איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט מצליח סיי אין לערנען - דו גייסט בקרוב מאכן א סיום הש"ס; איך נעם אן די איינלאדענונג, איך וועל אם ירצה ה' קומען צום סיום. אזוי אויך פריי איך זיך זייער צו הערן אז דו ביסט מצליח אין דיין ביזנעס.


איך בעט יעדן טאג פאר דיר און פאר דיין משפחה.

#10 - א סיום הש"ס ביים ליל הסדר
בחור, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיום הש"ס, היטן די צייט, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר,


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי פרייליך צו הערן די גוטע נייעס אז דו גייסט מאכן א סיום הש"ס ביים ליל הסדר; עס איז זייער א פאסיגע צייט צו מאכן דעמאלט דעם סיום הש"ס, די גאנצע משפחה וועט זיך פרייען צו זען ווי א יונגער בחור נוצט אויס די צייט מיט לימוד התורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. דאס איז די וועג ארויס צו גיין פון מצרים, פון אלע טומאות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יא): ווען משה רבינו איז געקומען צו פרעה בעטן ער זאל ארויס שיקן די אידן פון מצרים ווייל דער אייבערשטער וויל זיי געבן די תורה ביים בארג סיני, האבן אים די כישוף מאכער'ס געפרעגט: "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרִים?" דו ווילסט נעמען אידן וואס זענען עֲפָרִים אזוי ווי ערד - אויף זייער א נידעריגע מדריגה, און אין זיי ווילסטו אריין ברענגען 'תֶּבֶן' - געטליכקייט?! האט זיי משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי: לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", ער האט זיי געזאגט: "יא, מען קען נעמען א מענטש, אפילו ער איז טיף אין דער ערד; ער ליגט אין בלאטע, ער איז נעבעך אריין געפאלן אין גראבע עבירות, ער איז באמת א שטיק 'עָפָר', און אים צו ברענגען צו די גרעסטע מדריגות", אויב וועט דער מענטש אנהייבן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי" - זאגן און זאגן בלעטער גמרא, זאגן פרקים משניות, וועט ער זוכה זיין תשובה צו טון, "יַרְקָא" איז א לשון פון תשובה, עיין שם.


יעצט ווען דו ענדיגסט ש"ס זאלסטו נעמען א מסכתא און דאס לערנען הונדערט און איין מאל, נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, אזוי ווי מוהרא"ש האט געשריבן אינעם בריוו אפאר שעה פאר'ן הסתלקות וואו ער בעט אלע בחורים תלמידי היכל הקודש מען זאל נעמען א מסכתא און דאס לערנען מאה פעמים ואחד פאר זיין נשמה, איך ברענג דיר אראפ דעם בריוו, דעם לשון וואס מהורא"ש האט געשריבן אפאר שעה פאר'ן הסתלקות:


"שָׁלוֹם וּבְרָכָה לִינִיקֵי הַצֹאן הַתַּלְמִידִים הַיְקָרִים אֶצְלִי אֵלוּ שֶׁלּוֹמְדִים בְּמִסְגֶּרֶת "הֵיכַל הַקוֹדֶשׁ" בְּ"בֵּית מְנַחֶם" וְכֵן בְּ"בֵּית שְׁלֹמֹה" וּבְ"תִּפְאֶרֶת הַתּוֹרָה"


אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אוֹיבּ אִיר וִוילְט עֶפֶּעס טוּן פַאר מַיין זְכוּת, זָאל יֶעדֶער אֵיינֶער פוּן עֶנְק נֶעמֶען אַ מַסֶכְתָּא, סֵיי וֶועלְכֶע מַסֶכְתָּא גְמָרָא אִיר וִוילְט, אוּן מִיט דֶעם אַלֵיין וָואס אִיר וֶועט נֶעמֶען עֶפֶּעס אַ מַסֶכְתָּא אוּן דָאס אִיבֶּערְ'חַזְרְ'ן הוּנְדֶערְט אוּן אֵיין מָאל, וֶועט אִיר מִיר אַרוֹיפְבְּרֶענְגֶען אַזוֹי הוֹיךְ וָואס מֶען קֶען גָארְנִישְׁט אוֹיסְמָאלְן אוּן אָפְּשַׁאצְן בִּכְלַל.


דֶערִיבֶּער אִיז דָאס מַיין בַּקָשָׁה פוּן אַייךְ, אַז אִיר זָאלְט אִיבֶּערְ'חַזְרְ'ן אֵיין מַסֶכְתָּא הוּנְדֶערְט אוּן אֵיין מָאל אוּן מַזְכִּיר זַיין מַיין נָאמֶען, אוּן מִיט דֶעם וֶועט אִיר מִיר אַרוֹיפְבְּרֶענְגֶען הוֹיךְ הוֹיךְ הוֹיךְ.


אַזוֹי אוֹיךְ בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַבֶר'ן מִיט קַיין שׁוּם בָּחוּר וָואס גְלִיטְשְׁט לֵיידֶער אַוֶועק.


אִיר זָאלְט קוּמֶען כְּסֵדֶר צוּ מַיין קֵבֶר מִתְפַּלֵל צוּ זַיין דָארְטְן אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן דָארְטְן, אוּן לֶערְנֶען תּוֹרָה דָארְט, אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. אִיךְ וֶועל אַוַודַאי הֶערְן אַלֶעס וָואס אִיר בֶּעט, אוּן אִיךְ וֶועל פְּרוּבִּירְן צוּ טוּן אַייעֶר וִוילְן.


נָאר נֶעמְט אַייךְ פָאר צוּ הָאבְּן גוּטֶע מִדוֹת, אוּן אִיר זָאלְט זַיין גֶעוואוֹינְט צוּ קוּמֶען בַּיי מַיין קֵבֶר אוּן אִיךְ וֶועל עֶרְפִילְן אַייעֶר גֶעבֶּעט פוּן אַייעֶר הַארְץ צוּם גוּטְן".


דאס איז די עצה פאר שמירת עיניים, דאס איז די עצה פאר אלע פראבלעמען, דאס איז די עצה צו ווערן פרייליך.


געב א גריס פאר דיין טאטע; זאג אים אז איך בענק זיך נאך אים, איך האב זייער ליב תלמידי היכל הקודש.

#9 - אז מען לערנט גמרא גייט מען ארויס פון צרות און יסורים
גמרא, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשריך ואשרי חלקך! וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן ש"ס. עס איז באוויסט וואס דער רבי האט געזאגט: "ווער עס ענדיגט ש"ס איז זוכה ממשיך צו זיין אויף זיך א צלם אלוקים".


יעצט זאלסטו נאכאמאל אנהייבן ש"ס; לערנען און ענדיגן, לערנען און ענדיגן, אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן.


אז מען לערנט גמרא גייט מען ארויס פון צרות און יסורים; גמרא מאכט פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפ'ן פסוק (איכה ג, ו): בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם – "זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי"; פרעגט מוהרא"ש, ווי קען מען זאגן אויף תלמוד בבלי, די הייליגע גמרא, אז דאס איז א טונקלקייט, א טויטקייט? זאגט מוהרא"ש א שיינעם פשט, אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן פאר א מענטש וואס באקלאגט זיך: "מיין לעבן איז מיר טונקל", "מיין לעבן איז מיר טויט", עס איז דא אן עצה פאר דיר, נעם די הייליגע גמרא און לערן דאס, "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי" - דער לעבן איז דיר פינסטער, "כְּמֵתֵי עוֹלָם" - דו שפירסט ווי א טויטער מענטש, איז דא פאר דיר אן עצה, "זֶה תַּלְמוּד בַּבְלִי" - נעם די הייליגע גמרא, דאס וועט דיר מאכן ליכטיג, דאס וועט דיר מאכן לעבן.


איך פריי זיך מיט מיט דיין סיום הש"ס פונדערווייטענס אבער בקירוב לבבות .